ברוכים הבאים צו טילוועקסטאנאליס
די שוועדישע אגענטור פאר וואוקס פאליסי אנאליזירונג
טילוועקסטאנאליס (Tillväxtanalys) איז א רעגירונגס אגענטור אונטער די ענטערפרייס, ענערגיע און קאמיוניקאציע מיניסטעריום (Näringsdepartementet) און איז באאויפטראגט דורך די רעגירוג צו א אנאליזירן און אפשאצן די שוועדישע וואוקס פאליסי. די ויפט ציהל איז א מער קאנקורירנדע שוועדן מיט מער ארבעט פאסטענס און מער פירמעס וועלכע וואקסן איבער גאנץ שוועדן.
מיר מאכן אפשאצונגען, אנאליזאציעס און סטאטיסטיקס פון א ברייטע שוועדישע און אינטערנאציאנאלע קוק-ווינקל. דאס איז באזירט אויף סייענס און פרובירטע עקפיריענסעס, און וואס מיר פראדוצירן שטעלט אוועק א באזיס פאר רעגירונגס און פארלימענטארע באשלוסן. אונזערע ארבייטער זענען עקספערטן און פארשידענע טעמעס, און מיר קאאפארירן מיט אנדערע אגענטורן און ברענגן אריין עקספערטן פונדרויסן צו האבן צו בעסטע רעזולטאטן. מיר ארבעטן, פארשטייט זיך, זייער נאענט מיט די רעגירונג.
אונזער אויפגאבע
די אויפגאבע פון טילוועקסטאנאליס איז צו צושטעלן אינפארמאציע פאר א סוקסעספולע וואוקס פאליסי און מוטיגן אינטערנאציאנאלע קאנטאקטן. טילוועקסטאנאליס פונקציאנירט ווי די רעגירונגס שטאב פאר אפשאצונגען, אנאליזירונגען, האלטן א אויג אויף אויסלענדישע אנטוויקלונגען און פארשריט אנבאלאנגט וואוקס. אונזער אויפגאבע קען צוטיילט ווערן צווישן די פריאריטעטן
סערוויסעס, אויפטואונגען, און אויפטואונג סיסטעמען
אויסלענדישע אפיסעס צו געניסן פון גלאבאליזאציע
נאך באמיאונגען אויפצוטרייבן געלט און צושטעלן ראט
די וויכטיגקייט פון טעריטארישע פאקטארן פאר א פאזיטיווע וואוקס איבער גאנץ שוועדן
סטאטיסטיקס און דאטאבעיסעס פאר איבערזיכט און פראקטישקייט
וואוקס פאליסי פאר אויסהאלטנדע אנטוויקלונג
אלע דריי אפטיילונגען – אויפטואונגען און אלוועלטליכע פארבינדונגען, ענטרעפענוערשיפ און האנדל, און צוטריט און ראיאנאלע וואוקס – זענען פאראטנווארטליך פאר פארשידענע טיילן פון אונזער אויפגאבע און קומען זיך צוזאם צו האבן די בעסטע רעזולטאטן
טילוועקסטאנאליס איז א אלוועלטליכע ארגאניזאציע מיט 60 ארבייטער. אונזער הויפט אפיס איז אין אסטערסונד, און מיר האבן אפיסעס אין שטאקהאלם, בראסיליא, ניו דעהלי, בעזשינג, טאקיא און וואשינגטאן. אונזער הויפט דירעקטא איז דאן העלמערסאן